Фэндом


Идиш - язык Израиля.

Образец текста на идише: Править

יידיש אדער אידיש (Yiddish) גערופֿן ביי אידן אלס מאַמע לשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט ביי 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימעגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה האט יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאוונען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן י"ה האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איהר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיִש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן י"ה, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש , אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא

Обнаружено использование расширения AdBlock.


Викия — это свободный ресурс, который существует и развивается за счёт рекламы. Для блокирующих рекламу пользователей мы предоставляем модифицированную версию сайта.

Викия не будет доступна для последующих модификаций. Если вы желаете продолжать работать со страницей, то, пожалуйста, отключите расширение для блокировки рекламы.

Также на Фэндоме

Случайная вики